קוועטשט אויף דער שפראַך וואס איר ווילט בעסער
אויסרוף פאר נאך נישט דערשינענע אדער נישט צו קריגן זכרונות
שותפים-אָרגאַניזאַציעס
אַסאָציִיִרטע-אָרגאַניזאַציעס
ווי צוצושטעלן כתבי-יד
אפֿט געפֿרעגטע פֿראַגעס
קאנטאקטיר אונדז

אפט געפרעגטע פראגעס

וואס איז די וועלט-זאמלונג פון חורבן זכרונות [Worldwide Shoah Memoirs Collection]
ס'איס אן אינטערנאציאנאלע עלעקטראנישע זאמלונג פון נאך נישט דערשינענע אדער נישט צו קריגן זכרונות, געשריבן פון יידן, חורבן-ניצולים.

וואס האט די תביעות קאנפערענץ [Claims Conference] צו טאן מיט דעם?
זינט 1951 איז די קאָנפֿערענץ פאר יידישע מאטעריעלע תביעות קעגן דייטשלאנד (תביעות קאנפערענץ) [The Conference on Jewish Material Claims Against Germany (Claims Conference)] די וויכטיקסטע אָרגאַניזאַציע וואס ארבעט צו פארזיכערן א קאמפענסאציע און צוריקגעבונג צו שארית הפליטה. מער ווי 500,000 ניצולים פון חורבן אין 75 לענדער האבן באקומען קאמפענסאציע-באצאלונגען א דאנק דער טעטיקייט פון דער תביעות-קאנפערענץ [Claims Conference]. דורך אירע שטיצן ארבעט אויך די דער תביעות-קאנפערענץ [ [Claims Conferenceמיט די סאציאלע הילף אָרגאַניזאַציעס וואס העלפן ניצולים און מיט אָרגאַניזאַציעס וועלכע געבן זיך אפ מיט פארשונג, דאקומענטאציע און דערציונג וועגן חורבן איבער דער גאנצער וועלט. דערפאר קענען מיר צוזאמען-טרעפן אלע אינסטיטוציעס פארבונדן מיט ניצולים אדער זייערע משפחות, אומעטום.

ווער איז דער פארזיצער פון דעם פראיעקט?
אלי וויזעל איז דער כבוד-פארזיצער פון זכרונת-זאמלונג. עס איז אויך דא א זכרונות-קאמיטעט אין דער תביעות קאנפערענץ.

וועלכע אנדערע אָרגאַניזאַציעס האבן צו טאן מיטן פרויעקט?
צוזאמען מיט דער תביעות-קאנפערענץ ארבעטן Yad Vashem, דער
United States Holocaust Memorial Museum, דער Mémorial de la Shoah/ Centre de Documentation Juive Contemporaine,
דער Jewish Historical Institute, און דער Holocaust Survivors’ Memoirs Project. חוץ דעם,
מוזייען, ארכיוון, דערציונג און פארשונג אינסטיטוציעס, ניצולים אָרגאַניזאַציעס און קהילות איבער
דער גאנצער וועלט ווערן אַסאָציִיִרט מיטן פרויעקט. זעט
די רשימה פון שותפים- אָרגאַניזאַציעס און די
רשימה פון אַסאָציִיִרטע אָרגאַניזאַציעס.


ווי שיק איך א כתב-יד דער וועלט-זאמלונג פון חורבן זכרונות
[Worldwide Shoah Memoirs Collection]?

מחברים אדער רעכט-פארמעגער מוזן שיקן זייערע כתבי-יד אין עלעקטראנישע פארמאטן (MS-Word) אין וועלכער שפראך עס זאל נישט זיין, צוזאמען מיט אן אונטערגעשריבענער מחבר דערלויבעניש און א קורצע ידיעה וועגן דעם כתב-יד. אויב מען קען נישט שאפן אן עלעקטראנישע ווערסיע, קען מען שיקן א געדרוקטע ווערסיע (מיט א שרייב מאשין). ליידער קענען מיר נישט אננעמען האנט-שריפטן. זעט די אנווייזונגען וועגן ווי צו שיקן א כתב-יד

האט איר א וועגוויזער פארן אינהאלט פון געשיקטע זכרונות? מיין כתב-יד וועט אויטאמאטיש כולל זיין אין זאמלונג?
עס איז נישט דא קיין וועגווייזער פארן אינהאלט פון זכרונות, חוץ דעם וואס זיי מוזן זיין פארבונדן אין א מאס צום חורבן. די ארייננעמען פון כתבי-יד אין דער זאמלונג וועט באשטימט ווערן דורך היסטאריקער און אנדערע מומחים וואס וועלן איבערקוקן אלע צוגעשיקטע שריפטן.

עס זיינען דא קאסטן אדער הוצאות פארבונדן מיטן שיקן א כתב-יד? דארף איך אלס א מחבר באצאלן עפעס עמיצן?
ניין, עס זיינען נישטא קיינע מחברים האנארארן אדער אינסטיטוציאנעלע הוצאות פארבונדן מיטן שיקן א כתב יד דער וועלט-זאמלונג פון חורבן זכרונות [Worldwide Shoah Memoirs Collection].

וועט מיין כתב-יד פארעפנטליכט ווערן דורך דער תביעות-קאנפערענץ [Claims Conference] ?
מיר האבן נישט קיין כוונות צו דופליצירן די אנשטרענגוגנען פארבונדן מיטן פארעפנטליכן. מיר ווילן זאמלען ווי מער זכרונות וואס, צוליב פארשידענע סיבות, וועלן נישט דערשיינען אלס א בוך אבער סיי ווי סיי איז עס וויכטיק זיי צו באהאלטן און מע זאל זיי קענען קריגן. די אופנים ווי די זכרונות וועלן זיין דערגרייכלעך פארן קהל, נאך א ראוידיקן איבערקוק, ווערן איצט באטראכט.

איך וועל פארדינען האנארארן פארן שיקן מיין כתב-יד?
ניין.

איך וועל דאך נאך קענען פארעפנטליכן מיין כתב יד אנדערש ווו?
יא. מחברים אדער רעכטן-פארמאגער וואס שיקן כתבי-יד צו דער וועלט-זאמלונג פון חורבן זכרונות וועלן קענען אנקומען צו זייערע שריפטן און וועלן זיי קענען פארעפנטליכן ווען און ווי זיי ווילן.

וואס געשעט אויב איך האב שוין געשיקט מיין כתב-יד דעם Holocaust Survivors’ Memoirs Project?
מיר שרייבן פערזענלעך צו אלע מחברים וואס האבן געשיקט כתבי-יד דעם Holocaust Survivors’ Memoirs Project וועלכע זיינען ניט פארעפנטליכט געווארן און מוטיקן זיי צו שיקן די זכרונות צו דער וועלט-זאמלונג פון חורבן-זכרונות [Worldwide Shoah Memoirs Collection].

וואס געשעט אויב איך האב שוין געשיקט מיין כתב יד צו אן ארכיוו אדער א ביבליאטעק?
אונדזער גרעסטע דאגה איצט איז אז אלע נישט דערשינענע אדער נישט צו קריגן זכרונות זאלן ווערן אידענטיפיצירט און פרעזערווירט. די זכרונות וואס איר האט שוין געשיקט צו א לייטישן ארכיוו אדער ביבליאטעק, וועלן מסתמא זיין אידענטיפיצירט און פרעזערווירט. אבער אויב איר האט נאך די לעגאלע רעכטן צוצושטעלן ערגעץ אנדערש אייער כתב-יד, וועלן מיר מיט גרויס צופרידנקייט אים באקומען פאר אונדזער וועלט-זאמלונג פון חורבן זכרונות [Worldwide Shoah Memoirs Collection].

ווער וועט האבן צוטריט צו מיין כתב-יד?
מחברים אדער רעכטן-פארמאגער וואס שיקן כתבי-יד צו דער וועלט-זאמלונג פון חורבן זכרונות וועלן קענען אנקומען צו זייערע שריפטן און וועלן זיי קענען פארעפנטליכן ווען און ווי זיי ווילן. די דאקומענטן אין דער דאזיקער עלעקטראנישער זאמלונג וועלן זיין צוטריטלעך פאר ריכטיקע אָרגאַניזאַציעס און יחידים, זיי צו העלפן אין זייער קריטישער ארבעט פון פארשונג און דאקומענטאציע פון חורבן. די אופנים ווי די זכרונות וועלן זיין צוטריטלעך פארן ברייטן קהל, נאך א ראוידיקן איבערקוק, ווערן אין דעם מאמענט באטראכט.

קען איך באקומען הילף מיט שרייבן מיינע זכרונות?
מחברים וואס דארפן האבן טעכנישע הילף שלאגן מיר פאר זיי זאלן זיך ווענדן צו קרובים, פריינט אדער אנדערע,
כדי צו זאמלען אדער צוגרייטן זייערע זכרונות פאר דער וועלט-זאמלונג פון חורבן זכרונות
[Worldwide Shoah Memoirs Collection]. די תביעות-קאנפערענץ [Claims Conference]