קוועטשט אויף דער שפראַך וואס איר ווילט בעסער
אויסרוף פאר נאך נישט דערשינענע אדער נישט צו קריגן זכרונות
שותפים-אָרגאַניזאַציעס
אַסאָציִיִרטע-אָרגאַניזאַציעס
ווי צוצושטעלן כתבי-יד
אפֿט געפֿרעגטע פֿראַגעס
קאנטאקטיר אונדז

אויסרוף פאר נאך נישט דערשינענע אדער נישט צו קריגן זכרונות פון שארית הפליטה

די קאנפערענץ פאר יידישע מאטעריעלע תביעות קעגן דייטשלאנד (תביעות קאנפערענץ) [The Conference on Jewish Material Claims Against Germany (Claims Conference)] שטעלט איין אן עלעקטראנישע זאמלונג פון דער גאנצער וועלט פון זכרונות וועלכע זענען נישט דערשינען אדער נישט צו קריגן, געשריבן פון יידן פון די שארית הפליטה. ס'איז מכריעדיק אז די זכרונות זאלן אפגעהיט ווערן פאר די קומענדיקע דורות וואס וועלן נישט קענען פערזענלעך טרעפן ניצולים.

אלי וויזעל איז דער כבוד-פארזיצער פון דעם פראגראם. צוזאמען באמיען זיך
Yad Vashem, the United States Holocaust Memorial Museum, the Mémorial de la Shoah/Centre de Documentation Juive Contemporaine, the Jewish Historical Institute and the Holocaust Survivors' Memoirs Project.

חוץ פון די שוין דערמאנטע שותפים- אָרגאַניזאַציעס , ווערט דער אויסרוף געמאכט בשותפות מיט חורבן-אָרגאַניזאַציעס אין פארשידענע לענדער.

מיר רופן מחברים, זייערע משפחות און רעכטן-פארמעגער אונדז צו שיקן כתבי-יד. די איבערלעבונגען פון ניצולים זענען אזוי ריזעדיק און פארשיידן, אז עס ווערט קריטיש זאמלען וויפל מען קען שריפטן, זיי זאלן בלייבן פאר דער געשיכטע. יעדע פערזענלעכע דערציילונג פון לעבן בלייבן איז איינציק און יעדער איינע איז ווערט דערציילן און אפגעהיט ווערן.

די גרעסטע דאגה איצט איז אז אלע זכרונות וואס זיינען נישט דערשינען אדער זיינען נישט צו קריגן זאלן ווערן אידענטיפיצירט און אפגעהיט. די דאקומענטן אין דער דאזיקער עלעקטראנישער זאמלונג וועלן זיין צו קריגן דורך די ריכטיקע אָרגאַניזאַציעס און יחידים וואס ארבעטן אויף דער פארשונג און דאקומענטאציע פון חורבן.

די אופנים ווי די זכרונות וועלן פארעפנטליכט ווערן, נאך א פאסיקער באטראכטונג, ווערן איצט דיסקוטירט.

וועלכע כתבי-יד וועלן אריינגענומען ווערן אין דער זאמלונג וועט באשטימט ווערן דורך היסטאריקער און אנדערע מומחים וועלכע וועלן באטראכטן אלע צוגעשטעלטע מאטעריאלן.

מחברים אדער רעכטן-פארמעגער וואס שיקן כתבי-יד צו דער וועלט-זאמלונג פון חורבן זכרונות וועלן קענען אנקומען צו זייערע שריפטן און וועלן זיי קענען פארעפנטליכן אדער צוריקציען ווען און ווי זיי ווילן.

מחברים אדער אנדערע רעכט-פארמעגער מוזן שיקן זייערע כתבי- יד אין עלעקטראנישע פארמאטן (MS-Word) אין וועלכער שפראך עס זאל נישט זיין, צוזאמען מיט אן אונטערגעשריבענעם מחבר- דערלויבעניש און א קורצע ידיעה וועגן דעם כתב-יד. אויב מען קען נישט שאפן אן עלעקטראנישע ווערסיע, קען מען שיקן א געדרוקטע ווערסיע (מיט א שרייב-מאשין). ליידער קענען מיר נישט אקצעפטירן האנט-שריפטן . אנווייזונגען וועגן ווי צו שיקן א כתב-יד.