
דאטע: ______________
הער/פֿר' נאמען: ___________ פאמיליע- נאמען: ____________________
צוצושטעלן א כתב-יד טיטולירט: __________________________________
פון איצט אָן "דער מחבר/רעכט פארמעגער"
צו: די קאָנפֿערענץ פאר יידישע מאטעריעלע תביעות קעגן דייטשלאנד
[The Confernce on Jewish Material Claims Against Germany]
דער מחבר/רעכט פארמעגער דערקלערט אז אויף וויפל ער ווייסט, זיינען די פֿאקטן און געשעענישן דערציילט אין דעם כתב-יד געווען באוווסט פון אים/איר און ער/זי האט זיי איבערגעלעבט; אז זיי זענען נישט א פראָדוקט פון פֿיקציע אדער דאכטונג, אדער די שאפונג פון עמיצער אנדערש ווי דער מחבר.
דער מחבר/רעכט פֿארמעגער גאראנטירט אז ער/זי איז דער פֿארמעגער פון די לעגאלע רעכטן אויפן כתב-יד (copyright) און האט דאס רעכט, אן באַגרענעצונגען, אוועקצוגעבן אומזיסט די רעכט באשריבן אין דעם קאנטראקט.
דער מחבר/רעכט פֿארמעגער טראנספֿערירט דעם כתב-יד צו דער תביעות קאנפערענץ [Claims Conference] עס זאל איינגעשלאסן ווערן אין אן עלעקטראנישער זאמלונג פון זכרונות פון ניצולים. נאך איר עקסקלוסיוון איינזען וועט די תביעות קאנפערענץ [Claims Conference] באשליסן אויב מען וועט איינשליסן אדער נישט דעם כתב-יד אין דער עלעקטראנישער זאמלונג.
ביידע, די תביעות קאנפערענץ [Claims Conference] און דער מחבר/רעכט פֿארמעגער בלייבן מיט דעם רעכט צו צוריקציען דעם כתב-יד פון דער עלעקטראנישער זאמלונג ווען עס זאל נישט זיין און פֿאר וועלכער סיבה עס זאל נישט זיין.
דער מחבר/רעכט פֿארמעגער באפרייט די תביעות קאנפערענץ [Claims Conference] פון
יעדער פאראנטווארטלעכקייט אויב דער כתב-יד ווערט געגנבט אדער פארלוירן, וועלכע
עס זאלן נישט זיין די אומשטאנדן פון אזא פארלוירעניש אדער גניבה.
דער מחבר/רעכט פֿארמעגער איז מסכים אז די תביעות קאנפערענץ[Claims Conference]
וועט נישט האבן קיין שום פאראנטווארטליכקייט אין פאל פון תביעות אדער פאדערונגען
אלס א רעזולטאט אדער פארבונדן מיטן פארשפרייטן פון דעם כתב-יד צו דריטע צדדים.
אין פאל וואס די תביעות קאנפערענץ[Claims Conference] באשליסט געבן דעם אלגעמיינעם קהל א צוטריט צום כתב-יד אין דער צוקונפט, גיט דער מחבר/רעכט פֿארמעגער דער קאנפערענץ א נישט-עקסקלוסיוו רעכט וואס זי מעג אויספירן לויט איר פארשטאנד צו אנלאדן דעם כתב-יד אויפן אינטערנעט נעץ אדער גיבן צו אים א צוטריט אין אן אנדערער פארעם; מאכן ארטאגראפישע און טיפאגראפישע ענדערונגען אין טעקסט און א נישט-עקסקלוסיוו רעכט צוגעבן טיטלען, אונטערטיטלען, באמערקונגען, איבערזעצונגען און קאמענטארן.
די תביעות קאנפערענץ [Claims Conference] האט דאס רעכט צוגעבן אין אן אריינפיר צום כתב-יד און/אדער אין א וועב פלאץ וואס אנטהאלט דעם כתב-יד, א דערקלערונג לויט וועלכער די Claims Conference שטעלט גארנישט פעסט וועגן דער פינקטלעכקייט פון דעם כתב-יד אדער די דערציילטע אין אים פרטים .
די תביעות קאנפערענץ [Claims Conference] קען געבן אלע רעכט לויט דער קאנטראקט צו א "באָנאַ פֿידע" אינסטיטוציע, נישט פאר רווח, וואס גיט זיך אפ מיט חורבן-פארשונג.
די תביעות קאנפערענץ[Claims Conference] וועט האבן די רעכט צו טאן לויט איר פארשטאנד וועגן אירע רעכט און פאראנטווארטליכקייטן לויט דעם הסכם.
חוץ דעם וואס ווערט געזאגט אויבן, בלייבט דער מחבר/רעכט פֿארמעגער מיט אלע רעכט אויפן כתב-יד.
אונטערשטריפט פון מחבר/רעכט פארמעגער: ____________________________